פֿישקע דער קרומער : אַ ראָמאַן װעגן אױסגיסן דאָס ביטערע האַרץ

פֿישקע דער קרומער1 : אַ ראָמאַן װעגן אױסגיסן דאָס ביטערע האַרץ2

פֿון רייזע טורנער

אין דעם פֿריִערדיקן נומער האָבן מיר אָנגעהויבן אָפּמערקן3 דעם הונדערטסטן יאָרצײַט4 פֿון דעם ערשטן קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מענדעלע מוכר־ספֿרים5 (שלום־יעקבֿ6 אַבראַמאָוויטש, 1836–1917). אין דעם איצטיקן נומער רעדן מיר וועגן זײַן פֿישקע דער קרומער (דערשינען צום ערשטן מאָל אין 1869), אפֿשר7 דער באַקאַנטסטער ראָמאַן וואָס ער האָט אָנגעשריבן.

פֿישקע דער קרומער פֿאַרנעמט זיך דער עיקר8 מיט די איבערלעבונגען פֿון אַ באַנדע קבצנים9 װאָס פֿאָרן איבער שטעט און שטעטלעך און קלײַבן נדבֿות10. וועגן דעם ראָמאַן איז דאָ אַװדאי11 זײער אַ סך צו זאָגן, אָבער לאָמיר רעדן איצט וועגן נאָר איין אַספּעקט : אויף וויפֿל דער ראָמאַן שטרײַכט אונטער12 די װיכטיקײט פֿון רײד — פֿונעם אױסגיסן דאָס האַרץ פֿאַר אַ צװײטן.

כּמעט13 דער גאַנצער ראָמאַן קומט פֿאָר „אונטערװעגנס“14. אַחוץ15 אין אַ פּאָר סצענעס אין אָנהײב, קומען פֿאָר פֿאַר אונדזערע אויגן נישט קײן געשעענישן, נאָר שמועסן : מיר לײענען בלױז דאָס װאָס די העלדן דערצײלן זיך, בשעת16 זײ פֿאָרן אין װאָגן אָדער זיצן אױפֿן גראָז כּדי17 זיך אָפּצורוען פֿון װעג. אַלטער יקנה״ז18 רעדט זיך אױס19 פֿאַר מענדעלע מוכר־ספֿרים (דעם געשטאַלט, נישט דעם מחבר20 !), פֿישקע רעדט זיך אױס פֿאַר אַלטערן און מענדעלען, און דאָס מיידל וואָס מע רופֿט זי אָן „די האָרבאַטע“21 רעדט זיך אױס פֿאַר פֿישקען (דאָס ווערט שוין איבערגעגעבן פֿון פֿישקען אַלײן).

דאָס זענען ניט קיין נודניקעס22 װאָס פּלאָגן23 אײנער דעם אַנדערן מיט מעשׂיות24 װאָס גײען יענעם בכלל ניט אָן25. פֿאַרקערט, דאָס זענען נשמות26 וואָס לײַדן אין דער שטיל ביז אַ צוהערער באַווײַזט זיך צופֿעליק און דערמוטיקט27 זיי בײַצוקומען28 דאָס בושה29־געפֿיל און זיך אױסצורעדן. ס'איז קלאָר אַז די „הױפּט־צוהערערס“ אינעם ראָמאַן, מענדעלע און פֿישקע, הערן זיך צו נישט צוליב אַן אומגעזונטן נײַגער30 צו יענעמס סודות31, און אַפֿילו32 נישט סתּם33 אױס פֿרײַנדלעכקײט צי מיטגעפֿיל — נאָר צוליב אַ פּשוטערער סיבה34 : װײַל דאָס וואָס מע דערציילט אינטערעסירט זיי, און זיי אַלײן שעפּן טרײסט פֿונעם אױסהערן יענעמס מעשׂיות. מענדעלע זוכט אַן אופֿן35 צו פֿאַרטרײַבן די לאַנגע, עלנטע שעהען36 בעת37 זײַנע װאַנדערונגען װי אַ מוכר־ספֿרים. פֿישקע זוכט, דאַכט זיך, עמעצן װעמען ער קען באַשיצן, כּדי ער זאָל זיך ניט דאַרפֿן פֿילן אויסשליסלעך38 ווי אַ קרבן39, נאָר אױך ווי אַ מענטש װאָס קען אַלײן העלפֿן אַנדערע.

ווידער און אָבער דערמוטיקט מענדעלע מוכר־ספֿרים אַלטערן און פֿישקען, זיי זאָלן רעדן. דאָס וואָס פֿישקען איז בכלל שווער זיך אויסצודריקן40 — װײַל ער קען ניט אַרױסרעדן אַלע שפּראַך־קלאַנגען ווי געהעריק — פֿאַרשטאַרקט נאָך דעם מאָטיוו פֿונעם אַקטיװן דערמוטיקן יענעם זיך אױסצורעדן. מענדעלע באַניצט זיך מיט פֿאַרשײדענע מיטלען יענעם צו מאַכן באַרעדעוודיק41 — דאָ אַ פֿראַגע, דאָרט אַ דירעקטע פֿאָדערונג42 אַז יענער זאָל דערציילן ווײַטער. צו מאָל רײצט ער זײַן מיטשמועסער מיט אַ שאַרפֿער באַמערקונג וועגן אַן אָנגעווייטיקטער43 טעמע, װאָס דערװעקט בײַ יענעם אַ חשק44 צו דערצײלן װײַטער.

אין אײן פֿאַל אָבער איז ער זיך טועה45 : ער זאָגט זיך אַרױס מיט אַ קריטישער מײנונג וועגן עמעצנס פֿירעכץ46, כּדי אױסצודריקן זײַן מיטגעפֿיל פֿאַר אַ העלד פֿון פֿישקעס דערציילונג, אָבער ער כאַפּט זיך אַז דערמיט האָט ער פֿאַרשאַפֿן זײַן חבֿר47 אַלטערן עגמת־נפֿש48, ווײַל יענער האָט אַ מאָל אָפּגעטאָן אַזאַ עוולה49 און הײַנט באַדויערט50 ער זי שטאַרק. דער דאָזיקער מאָמענט איז פּסיכאָלאָגיש זײער אינטערעסאַנט, װײַל עס דערמאָנט אונדז אין דעם ענין51, אַז צוהערן זיך איז טאַקע אַ סענסיטיװע אַקראָבאַטיק, אַזוי ווי אַ געוויסער מין
אָפּרוף52 קען אַ מאָל העלפֿן און אַ מאָל שאַטן53 (און אַ מאָל ביידע גלײַכצײַטיק). אָט ווי מענדעלע שילדערט54 דעם דאָזיקן מאָמענט :

איך קוק אויף פֿישקען, וואָס איז געבליבן אָן לשון55, און זוך בײַ מיר מיטל ווי אים באַרעדעוודיק צו מאַכן. […] איך הייב אָן [אים] אונטערצוגעבן פּאַרע56, צו דערוואַרעמען אים מיט אַ שמועס וועגן זײַן האָרבאַטע מיידל. און דערבײַ האָב איך טאַקע מיך אַליין אויך צעהיצט, גערעדט פֿונעם האַרצן מיט פֿײַער און אויסגעלאָזט57 דעם שמועס אַזוי :

„וויפֿל אומשולדיקע קינדער, נעבעך58, קומען עס אויף דער וועלט אַזוי אָפּ פֿאַר די זינד59 פֿון זייערע עלטערן, וואָס גלוסט זיך60 זיי נאַרישקייטן, דרייען זיך, גטן זיך61 און לאָזן איבער די קינדער, זייער פֿלייש און בלוט, הפֿקר62, ווי אויפֿן וואַסער ! וואָס גייט זיי אָן63 קינדער ! זיי האָבן אין זינען נאָר דאָס נפֿשל64, זייער אייגן נפֿשל. איטלעכער65 פֿון די שיינע עלטערן האָט ווײַטער חתונה66…“

איך בין געבליבן ווי דערוואָרגן67 אין דער מיט פֿונעם שמועס. אַלטער מײַנער, זע איך, איז צעקאָכט68, אויס מענטש69. עס טוט מיר באַלד טאַקע אַ קלאַפּ אין האַרצן : אײַ, האָב איך עס באַגאַנגען אַ מיאוסן פֿעלער70, זיך אַרויסצוכאַפּן71 פֿאַר אַלטערן מיט אַזעלכע ווערטער, וואָס זענען צוגעפּאַסט צו אים און האָבן אים געשטאָכן אין דער זיבעטער ריפּ72 ! עס טוט מיר שרעקלעך באַנג73, איך שטראָף מיך אין האַרצן און זאָג מיר אַליין מוסר74 : געוואַלד75 מענדל, שוין צײַט קומען צום שׂכל76, נישט אַרויסצוזאָגן יענעם דעם אמת77 ווי אַ ייִנגל ! ביסט דאָך ברוך־השם78 שוין אַ ייִד מיט אַ גרויסער באָרד. שוין צײַט זײַן אַ מענטש, פֿאַרשטיין וואָס זיך איז ניצלעך און גוט. אײַ דײַן צונג, דײַן צונג !…

(מקור79 : ytmtm.fr/109fishk

  1. Fishke le boiteux/Fishke the Lame
  2. dire ce que l’on a sur le cœur/pour out one’s troubles
  3. célébrer/celebrate
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79

כתיבת תגובה

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *