דער ייִדישער טעם־טעם

דער ייִדישער טעם־טעם איז געווען אַ פּעריאָדיש בלעטל פֿאַר ייִדיש־לערנערס וואָס איז געגרינדט געוואָרן אין 1995 און פֿלעגט אַרויסגיין 5 מאָל אַ יאָר ביז 2017. בסך־הכּל זענען אַרויס 109 נומערן.

דאָס בלעטל איז אַרויס אונטער דער שפּראַך־השגחה פֿון יצחק ניבאָרסקי. די רעדאַקציע־קאָלעגיע איז באַשטאַנען פֿון אַ גרופּע ייִדיש־לערער און ליבהאָבער. במשך פֿון איבער 15 יאָר זענען דאָס געווען עוולין גרומבערגרובי מאָנעט און נאַטאַליע קריניצקאַ. אין 2017 איז צוגעקומען רייזע טורנער. אין די יאָרן 2016 – 2017 איז דער הויפּטרעדאַקטאָר געווען טל חבֿר־כיבאָווסקי.

אין די קומענדיקע חדשים וועלן מיר פֿאַרגרעסערן די דאָזיקע וועבזײַט און צוגעבן נײַע מאַטעריאַלן. דערווײַל קענט איר לייענען און אַראָפּלאָדן אַלע ביזאיצטיקע נומערן. אויב איר ווילט קויפֿן פּאַפּירענע עקזעמפּלאַרן, שרײַבט אונדז אויפֿן אַדרעס :
info@yiddishweb.com

דאָס בלעטל איז אין גאַנצן אויף ייִדיש און נעמט אַרום אַרטיקלען וועגן אַקטועלע ענינים און אַנדערע טעקסטן פֿאַרבונדענע מיט דער ייִדישער קולטור. שווערע ווערטער און גראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס ווערן דערקלערט אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש אין די פֿוסנאָטעס.

דער אינדעקס צו אַלע טעם־טעם־נומערן, צונויפֿגעשטעלט דורך קאַראָ וועגנער.

אַלע נומערן

אַרכיוו

איר קענט אַראָפּלאָדן1 אַלע אָפּגעדרוקטע נומערן פֿונעם ייִדישן טעם־טעם :

  1. télécharger/download